האדמו"ר מסלונים מזהיר: "מי שיש לו חלק בזה ודאי לא ינקה"
הרדיפה המזעזעת אחר כ"ק מורינו הגה"צ הרב אליעזר ברלנד שליט"א

הרדיפה המזעזעת אחר כ"ק מורינו הגה"צ הרב אליעזר ברלנד שליט"א

"די הנהגה צו אזוי מבזה זיין און רודפ'ן א איד וואס זיצט אין תפיסה, כל שכן איינער וואס יודישקייט פון אסאך משפחות איז תלוי אין עם, איז נורא ואיום, דער עצם שרעקליכער פרסום איז א מורא'דיגער חילול ה' אויפן גאנצן יהדות החרדית, און ווער ס'האט אין דעם א חלק איז בודאי לא ינקה. ס'איז ביי מיר זיכער אז וואס זיי הענגען זיך אן און רבי יעקב מאיר שכטר איז שקר וכזב, ער איז צו א ריינער און א הייליגער יוד צו נעמען א טייל אין אזא שפיכות דמים, מסתמא זעהט מיר אויס איז זיין חתימה אויף דעם שרעקליכן שארפן נוסח א פאלשע חתימה, ס'איז אינגאנצן נישט זיין סגנון שרייבן אזעלכע לשונות, ער איז גאר גאר א איידאלער יוד, איך קען עם נישט פון היינט, אבער אף על פי כן איז כדאי צו פונה זיין צו עם מיט א בקשה ער זאל מפעיל זיין דעם כח ההשפעה אויף זיינע מענטשן וואס פיהרן די מערכה, אז זיי זאלן אויפעהרן צו ארום שיקן די אלע שמוץ, אין די גאנצע ברייטע וועלט בכלל, און ביי אונז בפרט. ס'האט דאך נישט קיין שום תועלת און קיין שום תכלית, ער וועט דאס זיכער פארשטיין. עד כאן לשון קדשו.
קבלו מאמרי תורה והתחזקות ישירות לתיבת הדואר שלכם